​לעקציעס וועגן ייִדיש אין דניפּראָ

Show 17 dnepr

דעם 12טן נאָוועמבער 2017 האָט די פֿאָרשטייערין פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר נאַטאַליע רינדיוק (אַ ייִדיש־לערערין פֿונעם נאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט "קיִעוו־מאָהילע אַקאַדעמיע") געגעבן צוויי לעקציעס איו דער שטאָט דניפּראָ אין אוקראַיִנע (וואָס איז אַמאָל געווען גערופן יעקאַטערינאָסלאַוו און דניעפּראָפּעטראָווסק).

די אימפּרעזע איז פֿאָרגעקומען אינעם גערעם פֿונעם בילדונגס־פּראָיעקט "דאָס דורות־בוך", אָרגאַניזירט פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיטן תּל־אָבֿיבֿער וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט "עם הזיכּרון" כּדי צו העלפֿן די אָנטיילנעמערס געפֿינען זייערע ייִדישע וואָרצלען.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם ייִדיש־צענטער בשותּפֿות מיטן ישׂראלדיקן קולטור־צענטער אין דניפּראָ. אויף די לעקציעס זײַנען בײַגעווען 47 צוהערערס.

אָט זײַנען זייערע טעמעס: "ייִדישע קולטור אַלס שליסל־באַשטאַנדטייל פֿונעם קאָלעקטיוון זיכּרון פֿונעם ייִדישן פֿאָלק" און "געשיכטע פֿונעם אוקראַיִנישן ייִנטום צווישן צוויי וועלט־מלחמות".

ד"ר נאַטאַליע רינדיוק האָט אילוסטרירט איר ריידן מיט פֿראַגמענטן פֿון ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר, מיט אַלטע זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס און פּאָסט־קאָרטלען, מיט מאַטעריאַלן פֿונעם סאָוועטיש־ייִדישן זשורנאַל פֿאַר יונגע פּיִאנערן "פֿרייד".