פֿונעם 15טן ביזן 17טן סעפּטעמבער 2017 איז אין קאַלינינגראַד (געוועזענער קעניגסבערג) פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "מאסף" (זאַמלער) פֿאַר די מיטגלידער פֿון ייִדישע קהילות פֿון קאַלינינגראַדער געגנט פֿון רוסלאַנד.
דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס איז רעפּרעזענטירט געוואָרן פֿונעם פּראָפֿעסאָר מיכאל טשלענאָוו (עטנאָגראַף, דעקאַן פֿונעם פֿילאָלאָגישן פֿאַקולטעט פֿון רמב"ם־אַקאַדעמיע אין מאָסקווע), וואָס האָט געגעבן צוויי לעקציעס וועגן דער ייִדישער שפּראַך און איר אָרט צווישן די לשונות פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
אויף די לעקציעס זיינען בײַגעווען אַרום 30 צוהערערס, וועלכע האָבן זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט דער טעמע.