פֿונעם 25סטן ביזן 27סטן אָקטאָבער 2017 איז אין דער הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר אַ 20 זשורנאַליסטן פֿונעם דאָזיקן לאַנד: סײַ ייִדישע, סײַ ניט־ייִדישע, כדי פֿאַרברייטערן זייערע קענטענישן וועגן דער ייִדישער קולטור.
דרײַ פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס האָבן זיך באַטייליקט אין דער אונטערנעמונג: זײַן אַקאַדעמישער דירעקטאָר, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, ד"ר נאַטאַליע רינדיוק – אַ ייִדיש־לערערין פֿונעם נאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט "קיִעוו־מאָהילע אַקאַדעמיע" – און טאַטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ – אויך אַ לערערין פֿון "קיִעוו־מאָהילע אַקאַדעמיע" און אַ פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישקייטס־אָפּטיילונג פֿון אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער ביבליִאָטעק א"נ פֿון ווערנאַדסקי.
די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיט דער ייִדישער פֿונדאַציע פֿון אוקראַיִנע. זי איז געווען געווידמעט דעם זיכּרון פֿונעם אַנומלט פֿאַרשטאָרבענעם פֿונדאַציע־פֿאַרוואַלטער אַרקאַדי מאָנאַסטירסקי.
אָט זײַנען די טעמעס פֿון די לעקציעס.
* פֿון ד"ר יושקאָווסקי: "ייִדיש אַלס ציוויליזאַציע אין פֿאַרגאַנגענהייט, קעגנוואַרט און צוקונפֿט"; "ייִדישע קולטור אויף דער מאַפּע פֿון אוקראַיִנע"; "קאַפּיטלען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע, געשריבענע אויף אוקראַיִנע";
* פֿון ד"ר רינדיוק: "די װעלט פֿון גװאַלדטאַטן און לײדן צעשטערן װעלן מיר און דאַן פֿון פֿרײַהײט, גלײַכהײט אַ גן־עדן באַשאַפֿן װעט דער אַרבעטסמאַן" (ייִדישע קולטור אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, איר אימפּעטיקער אויפֿבלי און טראַגישער אונטערגאַנג); "אמאל אחז געווען א מעשה..." (וועגן זאמלען יידישע אנטיקן").
* פֿון פֿר' באַטאַנאָוואַ: "ניצלעכע מאָדערנע מיטלען צום אויסלערנען ייִדיש"; ״געאָגראַפֿיע פֿונעם ייִדישלאַנד: שטעטל אין געשיכטע און ייִדישער ליטעראַטור״; "געשיכטע און איצטיקער מצבֿ פֿון דער ייִדישער פּרעסע".