​סעמינאַר פֿאַר יונגע ייִדישע אַקטיוויסטן אין קראַסנאָדאַר

Show 17 krasnodar

פֿונעם 1טן ביזן 5טן נאָוועמבער 2017 איז אין דער שטאָט קראַסנאָדאַר, אין דרום־מערבֿ רוסלאַנד, פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר יונגע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע מנהיגים.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיטן רעגיאָנאַלן אָפּצװײַג פון דער אַמעריקאַנישער וווילטעטיקער אָרגאַניזאַציע ״דזשוינט״.

די פֿאָרשטייערין פֿונעם ייִדיש־צענטער – אַ ייִדיש־לערערין פֿונעם סאַנקט־פּעטערבורגער אוניווערסיטעט יעקאַטערינאַ דובראָװסקי – האָט געגעבן די לעקציעס "ייִדיש און ליטעראַרישע קאַווע־הײַזער אין בערלין אין די 1920ער יאָרן" און "ייִדיש און זײַן אָרט צווישן די לשונות פֿונעם ייִדישן פֿאָלק".

מיט באַזונדערן אינטערעס האָט דער עולם אויפֿגענומען די באַשרײַבונג פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער חתונה.