דעם 30-29סטן נאָוועמבער 2017 זײַנען אין נײַן שטעט פֿון ליטע: קלײַפּעדע (מעמל), שאַװל, זשאַגאַר, יאַנישאָק, פּאָנעװעזש, יאַנאָוואָ, קאָװנע, מאַריאַמפּאָלע, אַליטע) פֿאָרגעקומען לעקציעס־קאָנצערטן פֿון ייִדישע לידער און ביכער־אויסשטעלונגען, וועלכע שטעלן אָנשוילעך פֿאָר די ייִדישע געשיכטע פֿון ליטע.
די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס און פֿון ווילנער עפֿנטלעכער ייִדישער ביבליאָטעק. די צילן פֿון דער אונטערנעמונג זײַנען געווען צו דערנענטערן קלענערע, טעריטאָריעל דערווײַטערטע קהילות צו די ייִדישע קולטורעלע טראַדיציעס און ווערטן, ווי אויך צו באַקענען די ניט־ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון ליטע מיט דער געשיכטע און קולטור פֿונעם פֿאָלק, וואָס האָט יאָרהונדערטערלאַנג געוווינט אינעם דאָזיקן לאַנד.
אינעם פּראָיעקט "ייִדישער קולטור אין ליטע: דער בליק אין פֿאַרגאַנגענהייט און אין קעגנוואַרט" האָבן זיך באַטייליקט די פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקערס מיכאל יאַבלאָנסקי (גיטאַר) און באָריס קירזשנער (פֿידל), דער דירעקטאָר פֿון דער ביבליִאָטעק זשילווינאַס בעליאַוסקאַס און די לעקטאָרין אַקווילע נאַודזשונענע.