קאָנפֿערענץ וועגן מענדעלע אין אָדעס

Show 17 odes

דעם 22סטן און 23סטן אָקטאָבער 2017 איז אין אָדעס (אוקראַיִנע) פֿאָרגעקומען אַ גרויסע קאָנפֿערענץ געווידמעט דעם 100סטן יאָרטאָג נאָך דער פּטירה פֿונעם ערשטן קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור מענדעלע מוכר־ספֿרים.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, פֿונעם אָדעסער ליטעראַרישן מוזיי, פֿונעם אָרטיקן ייִדישן קהילה־צענטער "מיגדל" און פֿונעם אָדעסער מלוכישן אוניווערסיטעט.

אויף דער קאָנפֿערענץ האָבן רעפֿערירט 6 פֿאָרשטייערס פֿונעם ייִדיש־צענטער, צווישן זיי זײַן אַקאַדעמישער דירעקטאָר, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, פּראָפֿעסאָר פֿונעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים װאָלף מאָסקאָװיטש און אַלאַ זוסקינאַ־פּערלמאַן (די טאָכטער פֿונעם באַרימטן ייִדישן שױשפּילער בנימין זוסקין).

מע האָט אַרויסגעגעבן אַ ספּעציעלן נומער פֿונעם זשורנאַל "מיגדל טײַמס" - אין גאַנצן געװידמעט מענדעלען - און אַ זאַמלבוך מיט זעלטענע יצירות פֿונעם שרײַבער, אַרטיקלען און זכרונות וועגן אים, בילדער וואָס זײַנען פֿריִער ניט פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן.

נאָך פּרטים וועלן דערשײַנען דאָ במשך פֿון דעם מעת־לעת.