פֿונעם 19טן ביזן 21סטן אָקטאָבער 2017 איז אין אָדעס (אוקראַיִנע) פֿאָרגעקומען אַ טראַדיציאָנעלע בילדונגס־קולטורעלע קאָנפֿערענץ "לימוד".
אין דער פֿאַרשיידנאַרטיקער פּראָגראַם האָבן זיך באַטייליקט דרײַ פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס: זײַן אַקאַדעמישער דירעקטאָר, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, די ישׂראלדיקע זינגערין, אַקטריסע און פּעדאַגאָג מאַרינאַ יעקובאָוויטש פֿון ישׂראל און דער קלעזמער, פּיאַניסט, זינגער און אַראַנזשירער לעוו סאַנדיוק פֿון מאָסקווע.
זיי האָבן דורכגעפֿירט צוויי לעקציעס־קאָנצערטן פֿון ייִדישע לידער "פֿון דער אַלטער כאַטע אין דער נײַער הײם" און "צו לעבן ווי גאָט אין אָדעס".
אַ חוץ דעם האָט ד"ר יושקאָווסקי געגעבן אַ לעקציע־דיסקוסיע "אָדעס אין ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר".