דעם 27סטן דעצעמבער 2017 האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, געגעבן אַ לעקציע "די ייִדישע קולטור אַלס שליסל־באַשטאַנדטייל פֿונעם קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זיכּרון, פֿון דער אינטעלעקטועלער און גײַסטלעכער ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק" צו אַ גרופּע לערערס פֿון ייִדישע און ניט־ייִדישע שולן פֿון לאַטײַן־אַמעריקע.
די אימפּרעזע איז פאָרגעקומען אינעם מעמאָריאַל־צענטער "יד־ושם" (ירושלים). 19 פּעדאַגאָגן פֿון אורוגווײַ, אַרגענטינע, מעקסיקע, קאָלאָמביע און פּערו זײַנען געקומען אַהער מיטן ציל צו קריגן אָדער פֿאַרטיפֿערן די קענטענישן וועגן דעם חורבן און וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
די לעקציע איז געלייענט געוואָרן אויף העברעיִש מיט דער סימולטאַנער איבערזעצונג אויף שפּאַניש. כּדי צו פֿאַרגרינגערן דאָס איבערגעבן פֿון דער אינפֿאָרמאַציע צו זייערע שילערס, האָבן די לערערס געבעטן דעם לעקטאָר צונויפֿצושטעלן אַ טעמאַטישע ביבליִאָגראַפֿישע רשימה אויף זייער מוטער־שפּראַך.