פּערל פֿון ייִדישער קולטור פֿאַר ליטווישע לערערס אין יד־ושם

Show 17 yad

דעם 22סטן אויגוסט 2017 איז אין ירושלים, אינעם מעמאָריאַל־צענטער "יד־ושם" געווידמעט דעם זיכּרון פֿון די חורבן־קדושים, פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר 25 פּעדאַגאָגן, וועלכע אַרבעטן אין פֿאַרשיידענע בילדונגס־אַנשטאַלטן פֿון ליטע

די אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס און פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָמיסיע פֿאַרן פֿאַראייביקן די קרבנות פֿון נאַציסטישן און סטאַליניסטישן גענאָצידן.

די גרופּע האָט שוין געהאַט באַקומען די ערשטע באַקאַנטשאַפֿט מיט ייִדישער שפּראַך און קולטור אַ דאַנק דעם סעמינאַר, וואָס איז דורכגעפֿירט געװאָרן אין אַפּריל אין דער ליטווישער שטאָט קיידאַן.

דאָס מאָל האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, געגעבן צוויי לעקציעס: "ליטעראַטור פֿון דער ייִדישער עמיגראַציע" און "אָפּשפּיגלונג פֿון משפּחהדיקע דילעמעס און קאָנפֿליקטן אין ייִדישע ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר".

דער עולם האָט אַרויסגעוויזן אַ היפּשן אינטערעס, געשטעלט אַ סך פֿראַגעס און לעבעדיק דיסקוטירט וועגן די עניינים.