סעמינאַר אין אַרגענטינע ״ייִדישע שפּראַך און קולטור אינעם 21סטן יאָרהונדערט״

Show 17arg

דעם 25-24סטן מאַי 2017 אין אַן אַרגענטינער שטאָט רעסיסטענסיע, וואָס געפֿינט זיך אין דער פּראָווינץ טשאַקאַ 935 קילאָמעטער צפֿונדיק פֿון בוענאָס־אײַרעס, איז פֿאָרגעקומען אַ רעגיאָנאַלער סעמינאַר ״ייִדישע שפּראַך און קולטור אינעם 21סטן יאָרהונדערט״.

דער סעמינאַר איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותפֿות פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש צענטער בײַם ייִדישן װעלט־קאָנגרעס און פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער אָפּטיילונג פֿונעם ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט - ייִוו"אָ.

אין דער אונטערנעמונג האָבן זיך באַטייליקט 70 פֿאַרטרעטערס פֿון צאָלרײַכע ייִדישע קהילות פֿון אַרגענטינע װי אויך פֿונעם שכנישן לאַנד פּאַראַגוואַי.

דער פֿאָרזיצער פֿון דער היגער ייִדישער קהילה, אינזשעניר שמעון לעװינזאָן, האָט אױפֿגעטראָטן מיטן אַרײַנפֿיר־וואָרט.

דער דירעקטאָר פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער אָפּטיילונג פֿון ייִוו״אָ, פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם ליכטענבאַום, האָט געגעבן אַ לעקציע אויף דער טעמע ״ייִדישע שפּראַך און קולטור אינעם 21סטן יאָרהונדערט״. ער האָט באַלויכטן די ראָלע פֿון ייִדיש אין אויספֿאָרעמונג פֿון אשכּנזישע זעלבסט־באַװוּסטזײַן, עטיק, מוסר און מחשבֿה.

אױפֿן צווייטן טאָג האָט פּראָפֿ׳ ליכטענבאַום געפֿירט אַ שעפֿערישן וואַרשטאַט ״מוזיק, ייִדיש און ייִדישקײט״. די יוגנט און די סטודענטן, וואָס האָבן קװאַנטיטאַטיװ דאָמינירט אויפֿן סעמינאַר, האָבן זיך באַזונדערס פֿאַראינטערעסירט אין דעם־אָ װאַרשטאַט. דער לייטער האָט דערקלערט די הױפֿט־באַגריפֿן און טערמינען פֿון ייִדישער מוזיק, אילוסטרירנדיק זיי מיט אוידיאָ־אױסצוגן.

דער פּרעזידענט פֿון דער ייִוו״אָ־קאָמיסיע פֿאַר די פּראָווינציעס־ענײנים, דאָקטאָר לעאָן גראַבאָוו, האָט דערציילט די געשיכטע פֿון זײַן וויסנשאַפֿטלעכן אַנשטאַלט, וואָס איז געגרינדעט געװאָרן אין 1925 אין ווילנע.

פּראָפֿעסאָר אסתּר שוואַרץ האָט דערציילט וועגן דער רעטונג פֿון דער ביבליאָטעק און פֿון די אַרכיוון פֿון ייִוו״אָ בשעת דעם טעראָריסטישן אַקט קעגן דעם אַרגענטינער ייִדישן קהילה־צענטער אין 1994. נאָך דעם האָט מען געוויזן אַ דאָקומענטאַר פֿון ראָדאָלפֿאָ קאָמפּטע ״די יוגנטלעכע וואָס האָבן געראַטעוועט דעם זיכּרון״.

די זינגערין און קאָמפּאָזיטאָרין סולעמאַ בענוועניסטי האָט געגעבן צוויי קאָנצערטן פֿון אַלטערטימלעכע און נײַע לידער אויף דרײַ שפּראַכן: ייִדיש, העברעיִש און לאַדינאָ. דער עולם האָט מיטגעזונגען מיט התפּעלות.