ייִדיש־סעמינאַר אין אַרכיז, אויפֿן צפֿון־קאַווקאַז

Show 17arxyz

דעם 19טן און 20סטן מײַ 2017 איז אויפן קוראָרטрр ארכיז אין די בערג פֿון קאַראַטשײַעוואָ־טשערקעסיע פֿאָרגעקומען אַ סעסיע פֿון דער פּראָגראם ״מצודה״, אין װעלכער האָבן זיך באַטייליקט 25 יונגע ייִדישע רוסיש־רײדנדיקע מנהיגים פֿונעם צפֿון־קאַווקאַז.

די פּראָגראַם איז באַשטימט אױסצושולן יונגע ייִדישע אַקטיוויסטן די געניטשאַפֿטן, וואָס וועלן זיי העלפֿן אָנפֿירן מיט דער קהילות און באַפֿעסטיקן זײ.

די אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געװאָרן פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן װעלט־קאָנגרעס און פֿון דער אַמעריקאַנישער וווילטעטיקער אַסאָציאַציע ״דזשאָינט״.

דער ייִדיש־צענטער האָט דעלעגירט קײן אַרכיז יעל באָעס - אַ לערערין פֿון מאָסקווע, וואָס האָט זיך א סך מאָל באַטייליקט אין אונדזערע ווילנער סעמינאַרן אַלס אַ צוהערערין און האָט זיך טיף פֿאַראינטערעסירט מיט דער ייִדישער ליטעראַטור אונטער זייער השפּעה.

אין אַרכיז האָט יעל געגעבן צוויי לעקציעס: ״די ייִדישע געשטאלטן אין די ווערק פֿון רוסישע (אַלכסנדר קופּרין, וולאַדימיר קאָראָלענקאָ) און ייִדישע שרײַבערס (שלום-עליכם, חיים נחמן ביאַליק, שלום אַש) און ״דער פֿאַרגלײַכיקער אַנאַליז פֿון די שטעטל באַשרײַבונגען אין רוסישער קלאַסישער ליטעראַטור און אין דער ייִדישער ליטעראטור״.

די צוהערערס האָבן געשטעלט פֿראַגעס סײַ וועגן דער ייִדישער קולטור אין אַלגעמיין, סײַ וועגן פּראַקטישע מעגלעכקייטן צו באַהערשן די שפּראַך.