דעם 13טן אויגוסט 2017 האָט איליאַ לעמפּערט דורכגעפֿירט אַ צופֿוס־עקסקורסיע איבער ייִדישע מערקווירדיקייטן פֿון "ירושלים דליטא". אַזוי ווערט פֿאָרגעזעצט דער בשותּפֿותדיקער פּראָיעקט פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס און פֿון ווילנער עפֿנטלעכער ייִדישער ביבליאָטעק.
דער דערפֿאַרענער ייִדישער היסטאָריקער און וועגווײַזער האָט געוויזן 20 עקסקורסאַנטן די ערטער וווּ עס זענען געשטאַנען די גרויסע ווילנער שול, איר מקווה און דעם ווילנער גאונס הויז, װוּ עס שטײען דער מאָנומענט דעם דאָקטער און כּלל־טוער צמח שאבאד און דאָס הויז פֿונעם באַרימטן ייִדישן שרײַבער חיים גראַדע, געוועזענע ייִדישע און העברעיִשע לערן־אַנשטאַלטן װי אױך אַנדערע אָביעקטן, וועלכע שפּיגלען אָפּ די רײַכע ווילנער ייִדישע געשיכטע פֿון 16–20־טע יאָרהונדערטער.
די מאָנאַטלעכע עקסקורסיעס זײַנען באַשטימט פֿאַר מענטשן פֿון יעטווידער נאַציאָנאַליטעט, וועלכע אינטערעסירן זיך מיט דער געשיכטע פֿון דער שטאָט, מיט איר פֿילזײַטיקער קולטור. דער אָנטייל איז חינם.