ד"ר יושקאָווסקיס לעקציע אויפֿן סעמינאַר "דאָס דורות־בוך" אין קיִעוו

Show 17bookiev

דעם 17טן דעצעמבער 2017 האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, געלייענט אַ לעקציע "ייִדיש אַלס אַן אוצר פֿונעם קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זיכּרון, פֿון דער אינטעלעקטועלער און גײַסטלעכער ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק" אויפֿן סעמינאַר אינעם נײַעם ישׂראלדיקן קולטור־צענטער אין קיִעוו.

די אימפּרעזע איז פֿאָרגעקומען אינעם גערעם פֿונעם בילדונגס־פּראָיעקט "דאָס דורות־בוך", אָרגאַניזירט פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיטן תּל־אָבֿיבֿער וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט "עם הזיכּרון" כּדי צו העלפֿן די אָנטיילנעמערס געפֿינען זייערע ייִדישע וואָרצלען.

דער עולם איז כּולל געווען העכער 100 מענטשן פֿון גאָר פֿאַרשיידענע עלטערס, וועלכע שטרעבן צו פֿאַרברייטערן און פֿאַרטיפֿערן זייערע קענטענישן וועגן ייִדישער קולטור און פֿרעגן דערפֿאַר אַ סך פֿראַגעס אויף דער טעמע.