דער ייִדישער קאָמפּאָנענט פֿונעם סעמינאַר ״סמבטיון״ אויפֿן דניעפּער

Show 17dnipro

פֿונעם 11טן ביזן 15טן יוני 2017 אין דער אומגעבונג פֿון דער אוקראַינישער שטאָט דניפּראָ (געוועזענער דניעפּראָפּעטראָווסק, נאָך פֿריִער יעקאַטערינאָסלאַוו) איז פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר וועגן דער ייִדישער קולטור אינעם גערעם פֿונעם פּראָיעקט ״סמבטיון״, וועמענס ציל איז צו העכערן די קוואַליטעט פֿונעם אונטערריכטן ייִדישע טראַדיציע און קולטורעלע ירושה אין די אַנשטאַלטן פֿון העכערער, מיטעלער און אומפֿאָרמעלער בילדונג מיטן שווערפּונקט אויף יונגוואַרג.

דאָס איז אַ בשותּפֿותדיקע שאַפֿונג פֿון דעם פֿאָנד "בראשית" (״גענעזיס״), דער ייִדישער אַגענטור ״סוכנות״ און דעם אינטערנאַציאָנאַלן צענטער פֿאר אַקאַדעמישן אונטערריכט פֿון דער ייִדישער ציוויליזאַציע, וואָס געפֿינט זיך אין ירושלים.

דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס האָט אָנטיילגענומען אין דעם פּראָיעקט צום ערשטן מאָל. מיר האָבן דעלעגירט אויפֿן סעמינאַר די דירעקטאָרין פֿון קיעווער אינסטיטוט פֿון ייִדישע לימודים יוליאַ סמיליאַנסקאַ און די לעקטאָרין פֿון קיִעוו־מאָהילער אַקאַדעמיע טאַטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ. אין סך־הכּל אַרום 100 מענטשן האָבן געהערט זייערע לעקציעס.

פֿרוי סמילאַנסקאַ האָט געפֿירט צוויי לימודים. דער ערשטער: ״ייִדישלאַנד. געשיכטע און קולטור פֿון ייִדן אין שטעט און שטעטלעך פֿון דרום־אוקראַינע״ איז געווען באַשטימט פֿאַר לערערס, אינסטרוקטאָרן און סטודענטן. יוליאַ האָט באַזונדערס פֿיל דערציילט וועגן דער בילדונג־סיסטעם, וואָס האָט פֿונקציאָנירט מערסטנס אויף ייִדיש. דער צווייטער לימוד ״די געשיכטע פֿון ייִדישע ווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אין דרום־אוקראַינע״ איז געווען געווענדט צו די שילער.

פֿרוי באַטאַנאָוואַ האָט געגעבן דרײַ לעקציעס: צוויי אויף די טעמע ״וואָס איז ייִדיש - אַ זשאַרגאָן אָדער אַ פֿולווערטיקע שפּראַך?״ און איינע מיטן נאָמען ״געאָגראַפֿיע פֿונעם ייִדישלאַנד: דאָס שטעטל אין געשיכטע און ייִדישער ליטעראַטור״.

אַלע לעקציעס זײַנען געווען געבילדט אין דער פֿאָרעם פֿון דיאַלאָג מיטן עולם און האָבן זוכה געווען וואַרעמע אָפּקלאַנגען.