​ייִדיש־צענטער מיטן עסטלענדישן ייִדנטום

Show 17eest

פֿונעם 1טן ביזן 3טן סעפּטעמבער 2017 איז אין דער שטאָט פּיאַרנו (פּערנע) פֿאָרגעקומען אַ פֿאָרום פֿון דער ייִדישער קהילה פֿון עסטלאַנד "יחד" ("צוזאַמען").

אין דער אימפּרעזע האָט זיך באַטייליקט דער פֿאָרשטייער פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, פּראָפֿעסאָר פֿונעם סאַנקט־פּעטערבורגער אוניווערסיטעט וואַלערי דימשיץ, וועלכער האָט געגעבן צװײ לעקציעס: ״ייִדיש צווישן די שפּראַכן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק״ און ״ייִדישע ליטעראַטור פֿון שלום־עליכם ביזן 21סטן יאָרהונדערט״.

אויף די לעקציעס זענען בײַגעווען אַן ערך 30 צוהערערס. דער עולם האָט אַרויסגעוויזן אַ היפּשן אינטערעס און געשטעלט אַ סך פֿראַגעס.