דעם 17- 18טן פֿעברואַר 2017 איז אין דער שטאָט יעקאַטערינבורג (רוסלאַנד) פֿאָרגעקומען אַ צוזאַמענפֿאָר פֿון יונגע ייִדישע לייטערס פֿונעם אוראַלער רעגיאָן.
די דאָזיקע אונטערנעמונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם גערעם פֿון דער פּראָגראַם "מצודה", וואָס איז באַשטימט צוצוגרייטן און אויסצושולן קינפֿטיקע מנהיגים פֿאַר ייִדישע קהילות, מיט דער שטיצע פֿונעם אַמעריקאַנישן צדקה־פֿאַראיין "דזשאָינט" און מיט דער באַטייליקונג פֿון דער ייִדישער סטודענטן־אַסאָציאַציע "הילל".
דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס האָט אַהין דעלעגירט די מאָסקווער לערערין יעל בואס, וואָס האָט אַליין אַמאָל געהאַט געלערנט אויף װילנער סעמינאַרן און פֿאַרענדיקט אונדזערע קורסן.
אין יעקאַטערינבורג האָט יעל געגעבן צוויי לעקציעס פֿאַר 36 צוהערערס אויף דער טעמע: "פֿאַרגלײַכיקער אַנאַליז פֿון די שילדערונגען פֿון ייִדישע געשטאַלטן און פֿונעם ייִדישן לעבן־שטייגער אין די ווערק פֿון רוסיש־שפּראַכיקע (קופּרין, קאָראָלענקאָ) און יידיש־שפּראַכיקע (שלום־עליכם, ביאַליק, אַש) שרײַבערס".
יעלס לעקציעס זײַנען אויפֿגענומען געוואָרן מיט אַזעלכע וואַרעמקייט און התלהבֿות, וואָס זי איז תּיכּף־ומיד אײַנגעלאַדן געוואָרן אויף דער פֿאָלגנדיקער "מצודה"־סעסיע.