פֿונעם 9טן ביזן 11טן אָקטאָבער 2017 איז אין דער שטאָט כאַרקאָוו (אוקראַיִנע), אינעם לאָקאַל "בית־דן", פֿאָרגעקומען אַ גרויסער יערלעכער פֿעסטיוואַל "די טעג פֿון ייִדישער קולטור".
אין דער פֿאַרשיידנאַרטיקער פּראָגראַם האָבן זיך באַטייליקט דרײַ פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס. זײַן אַקאַדעמישער דירעקטאָר, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געגעבן אַ לעקציע "ייִדישע קולטור אין אוקראיִנע".
צוזאַמען מיט אַנדערע אונדזערע שליחים - דער זינגערין, אַקטריסע און פּעדאַגאָג מאַרינאַ יעקובאָוויטש פֿון ישׂראל און דעם קלעזמער, פּיאַניסט, זינגער און אַראַנזשירער לעוו סאַנדיוק פֿון מאָסקווע – האָט ד"ר יושקאָווסקי דורכגעפֿירט אַ לעקציע־קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער "פֿון דער אַלטער כאַטע אין דער נײַער הײם".
אויף די דאָזיקע מאָסנאַמען זײַנען געוועזן אַן ערך 100 צוהערערס און צושויערס.
אונדזערע דעלעגאַציע װערט אײַנגעלאַדן קיין כאַרקאָוו דאָס צווייטע יאָר נאָכאַנאַנד. אַלס רעזולטאַט פֿון אונדזער פֿאָריקן באַזוך איז אין דער שטאָט אָרגאַניזירט געװאָרן אַ גרופּע פֿון ייִדיש־ליבהאָבערס וואָס לערנט זיך ייִדישע ליטעראַטור סיסטעמאַטיש אונטער דער אָנפֿירונג פֿון די ספּעציאליסטן פֿונעם ייִדיש־צענטער.