פֿונעם 25סטן ביזן 27סטן סעפּטעמבער 2017 איז אין מאָסקווער האָטעל "איזמײַלאָוואָ" פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר פֿאַר די לייטערס פֿון 25 ייִדישע קהילות פֿון רוסלאַנד און ווײַסרוסלאַנד.
די אימפּרעזע, געווידמעט דער געשיכטע פֿונעם שטעטל אַלס אַן עיקרדיקן פֿאָרעם פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן אין מזרח־אייראָפּע, איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם אַמעריקאַנישן צדקה־פֿאַראיין "דזשאָינט".
דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געגעבן דרײַ לעקציעס: "ייִדישע קולטור אַלס ענציקלאָפּעדיע פֿונעם ייִדישן שטעטל", "דער אַריבערפֿאָר פֿונעם שטעטל צו דער גרויסער שטאָט און זײַן אָפּשפּיגלונג אין ייִדישער ליטעראַטור" און "משפּחהדיקע דילעמעס און קאָנפֿליקטן אינעם ליכט פֿון ייִדישער ליטעראַטור".
אינעם סעמינאַר האָבן זיך באַטייליקט די פֿאָרשטייערס פֿון מאָסקווע, בריאַנסק, טיומען, נאָוואָסיבירסק, ראָסטאָוו, מינסק, באָברויסק און אַנדערע שטעט. א סך פֿון זיי האָבן אויסגעדריקט אַ ווונטש דורכצופֿירן ענלעכע מאָסנאַמען אין זייערע קהילות.