סעמינאַר אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאַר ישׂראלדיקע מיטלשול־לערערס

Show 17jerus

(דעם 12- 13טן מערץ 2017 איז אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרגעקומען דער צווייטער פֿאָרויסיקער סעמינאַר וועגן דער ייִדישער קולטור פֿאַר 28 מיטגלידער פֿונעם ישׂראלדיקן פֿאַראיין פֿון מיטלשול־לערערס (ארגון המורים

דער הויפּט־סעמינאַר וועט פֿאָרקומען פֿונעם 2טן ביזן 5טן אַפּריל אין ווילנע. די גאַנצע פּראָגראַם ווערט אָרגאַניזירט פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, און נאָך אַ לעקטאָר, יעד בירן, האָט געגעבן 16 אַקאַדעמישע שעהן לימודים.

די אונטערנעמונג איז געקרוינט געוואָרן מיט אַ לעקציע־קאָנצערט " פֿון דער אַלטער היים אין דער נײַער היים", אויסגעפֿירט פֿונעם ד"ר מרדכי יושקאָווסקי צוזאַמען מיט דער זינגערין־פּיאַניסטקע מאַרינע יעקובאָוויטש.