ייִדיש־היסטאָרישער סעמינאַר אין קײדאַן

Show 17kedain

דעם 9טן מערץ 2017 אין צענטראַלער ליטע, אינעם געװעזענעם ייִדישן שטעטל קיידאַן (אויף ליטוויש - קעדאַיניאַי) איז פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "היסטאָרישע פֿאַרלוסטן און היסטאָרישע אויפֿפֿאַסונג".

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָמיסיע מיט ראָנאַלדאַס ראַטשינסקאַס בראש, פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס און פֿונעם היגן מוזיי.

אין דער געוועזענער כאָרשול האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אַן ערך 30 פּעדאַגאָגן פֿון אַלע טיילן און בילדונג־סיסטעמען פֿון ליטע.

אויפֿן סעמינאַר זײַנען אויפֿגעטראַטן דער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, לעוו מילנער, און דער דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, וועלכער האָט רעפֿערירט אויף די טעמעס: "ייִדיש אַלס אַן אוצר פֿון ייִדישן קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זכּרון" און "ייִדישע שרײַבערס־ליטוואַקן, זייער לעבן און שאַפֿונג".

דער עולם האָט אויפֿגענומען די לעקציעס מיט וואַרעמקייט און התלהבֿות. למשל, די היגע לערערין לײַמאַ אַרדאַוויטשענע האָט זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיטן לעבן און שאַפֿונג פֿונעם ווילנער געטאָ־פּאָעט הירש גליק; זי האָט באַשלאָסן צו אָרגאַניזירן אין איר שול אַ בֿאַזונדערן פּראָיעקט לכּבֿוד אים.