​לעקציעס פֿאַר יונגע ייִדישע פּעדאַגאָגן און קלובן־אַקטיוויסטן אין קיִעוו

Show 17kievyung

דעם 9טן סעפּטעמבער 2017 איז אינעם ישׂראלדיקן קולטור־צענטער אין קיִעוו פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר פֿאַר יונגע ייִדישע פּעדאַגאָגן און פֿרײַוויליקע אַקטיוויסטן פֿון ייִדישע קלובן פֿון אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד

די אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיטן ישׂראלדיקן אינסטיטוט "עם הזיכּרון", וואָס פֿאָרשט די ייִדישע קולטור־ירושה, און קיִעווער אָפּטיילונג פֿונעם ייִדישן סטודענטן־פֿאַראיין "הילל".

די פֿאָרשטייערין פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, די ייִדיש־לעקטאָרין פֿון קיִעווער מאָהילע־אַקאַדעמיע טאַטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ, האָט געגעבן צוויי לעקציעס: ״וואָס איז ייִדיש - אַ זשאַרגאָן אָדער אַ פֿולווערטיקע שפּראַך?״ און ״געאָגראַפֿיע פֿונעם ייִדישלאַנד: דאָס שטעטל אין געשיכטע און דער ייִדישער ליטעראַטור״.

העכער 20 פֿאַרשטייערס פֿון קיִעוו, כאַרקאָוו, אָדעס, דניעפּער, לעמבערג, טשערנאָוויץ, כערסאָן, סימפֿעראָפּאָל, מינסק און האָמליע האָבן צוהערערט מיט אַ היפּשן אינטערעס און געשטעלט אַ סך פֿראַגעס אויף דער טעמע.