דעם 2טן פֿעברואַר 2017 אין צפֿון־מזרח ליטע, אינעם געװעזענעם ייִדישן שטעטל קופּישאָק (אויף ליטווישער שפּראַך - קופּישקיס), איז פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "פֿאָלגנדיק דעם היסטאָרישן זכּרון". זײַן ציל איז געװען צו באַקענען ליטווישע לערערס (און, שפּעטער, זײערע תּלמידים) מיט די געשעענישן פֿון דער חורבן־תּקופֿה אויפֿן שטח פֿון זייער לאַנד.
די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָמיסיע מיט ראָנאַלדאַס ראַטשינסקאַס בראש. אין דער שטאָט־גימנאַזיע האָבן זיך פֿאַרזאמלט 55 פּעדאַגאָגן פֿון אַלע טיילן און בילדונג־סיסטעמען פֿון ליטע.
די אָנטײלנעמערס זײַנען באַגריסט געוואָרן פֿונעם גימנאַזיע־פֿאַרוואַלטער רימווידאַס לאַטוויס.
אויפֿן סעמינאַר זײַנען אויפֿגעטראַטן דער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, לעוו מילנער, און דער פֿאָלקלאָר־אַנסאַמבל "קלעזמער־קלאַנגען", וואס באַשטייט פֿון די מיטגלידער פֿון אײן משפּחה ליטווינער – אָפּשטאַמלינגען פֿון חסידי־אומות־העולם, וועלכע פֿלעגן ראַטעווען ייִדן בית דעם חורבן.