ייִדיש אויף דער יוגנט־פּראָגראַם "מצודה" אין מינסק

Show 17minsk

פֿונעם 17טן ביזן 18טן פֿעברואַר 2017 איז אין דער הויפּטשטאָט פֿון ווײַסרוסלאַנד (רײַסן) פֿאָרגעקומען אַ יערלעכער צוזאַמענפֿאָר פֿון יונגע ייִדישע לייטערס פֿון אַלע עקן לאַנד.

די דאָזיקע אונטערנעמונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם גערעם פֿון דער פּראָגראַם "מצודה", וואָס איז באַשטימט אויסצושולן צוקינפֿטיקע מנהיגים פֿאַר ייִדישע קהילות.

דעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס האָט דאָס מאָל פֿאָרגעשטעלט יוליע סמיליאַנסקי – די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם קיִעווער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע פֿאָרשומגען. פֿאַר אַ יאָרן האָבן מיר קײן ווײַסרוסלאַנד דעלעגירט ד"ר נאַטאַליע רינדיוק – אַ ייִדיש־לערערין פֿון דער קיִעווער מאָהילע אַקאַדעמיע.

י. סמיליאַנסקי האָט געלייענט צוויי לעקציעס, װעלכע האָבן פֿאַרזאַמלט 27 צוהערערס: אי סטודענטן, אי זייערע מדריכים. אָט זײַנען די טעמעס פֿון אירע לעקציעס: "ייִדיש אַלס קולטור־דערשיינונג בײַם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום; דאָס שטעטל און דער תּחום־המושבֿ" און "ייִדיש אַלס שפּראַך פֿון דעם רובֿ ייִדן אין דער רוסישער אימפּעריע; ייִדישע ליטעראַטור".