דעם 22סטן יאַנואַר 2017 איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "פּערל פֿון ייִדישער קולטור" מיטן אַקצענט אויף דער קינדער־ליטעראַטור אױף ייִדיש. אָט די אונטערנעמונג איז אַ טייל פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער צדקה־פּראָגראַם P J Library, וואָס ווערט פֿאַרווירקלעכט אויך אין רוסלאַנד אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער אָמעריקאַנישער אָרגאַניזאַציע "דזשאָינט".
די דאָזיקע פּראָגראַם באַשטייט אינעם פֿאַרשפּרייטן די ליטעראַטור וועגן פֿאַרשײדענע הינזיכטן פֿון ייִדישקייט צו יונגע ייִדישע משפּחות, וועלכע באַזיצן קינדער ביז 8 יאָר אַלט. איר ציל איז אומצוקערן די משפּחות צו נאציאָנאַלע שורשים, אײַנצושליסן זיי אינעם ייִדישן קהילה־לעבן.
דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, איז אײַנגעלאַדן געוואָרן כּדי צו לייענען צוויי לעקציעס: "משפּחה און קינדער אין ייִדישער ליטעראַטור" און "די קינדער־ליטעראַטור אױף ייִדיש".
דער עולם – אן ערך 50 פּעדאַגאָגן פֿון פֿאָרמעלער און אומפֿאָרמעלער בילדונג – האָבן אַנערקענט אַז זיי האָבן כּמעט ניט געהאַט געהערט וועגן דעם קיום פֿון דער קינדער־ליטעראַטור אױף ייִדיש. איצט זענען זיי גרייט צו באַניצן די נײַע קענטענישן אין זייער טאָגטעגלעכער טעטיקייט און פֿאָרצוזעצן זייערע לימודים אינעם תּחום פֿון ייִדישער קולטור.