לעקציע אין מאָסקווע וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון דער חורבן־תּקופֿה

Show 2017moscow

דעם 21סטן יאַנואַר 2017 איז אין מאָסקווע, אינעם ייִדישן קולטור־צענטער אויף ניקיטסקע־גאַס, פֿאָרגעקומען אַ לעקציע, געווידמעט דער ליטעראַטור אױף ייִדיש, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן בעת דעם חורבן

די דאָזיקע אונטערנעמונג איז אַ פּרי פֿון דער צוזאַמענאַרבעט צווישן דעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, דעם צענטער "יד ושם" און דער מאָסקווער ייִדישער קהילה.

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האט געלייענט די לעקציע פֿאַר 20 פֿרײַוויליקערס, וועלכע זאַמלען עדות און זיכרונות פֿון לעבנגעבליבענע אסירים פֿון געטאָס און קאָנצענטראַציע־לאַגערס.

די אָנטיילנעמערס האָבן אַנערקענט, אז זיי הערן צום ערשטן מאָל וועגן ייִדישער יצירה פֿון יענער שווערער תּקופֿה. מיט גרויס אינטערעס האָבן זיי אויך פֿאַרברייטערט זייערע קענטענישן וועגן דער ייִדישער קולטור בכלל.