פֿונעם 4טן ביזן 7טן מאַי 2017 איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר פֿאַר די מיטגלידער פֿון דער פּראָגראַם "כּנפֿיים" ("פֿליגלען") פֿאַרן צוגרייטן יונגע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע מנהיגים און קהילה־לייטערס.
אויף דער פֿאָריקער אַזעלכער אונטערנעמונג האָט רעפֿערירט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי. דאָס מאָל איז אונדזער צענטער רעפּרעזענטירט געוואָרן פֿונעם פּראָפֿעסאָר פֿונעם סאַנקט־פּעטערבורגער אוניווערסיטעט וואַלערי דימשיצן, וועלכער האָט געגעבן צװײ לעקציעס: ״ייִדישער דערציילערישער פֿאָלקלאָר״ און ״אל ליסיצקי און דער גורל פֿונעם ייִדישן אַוואַנגאַרד״.
די ערשטע לעקציע האָט זיך באַזירט אויפן זאַמלבוך ״ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות״, וואָס פּראָפֿ' דימשיץ האָט פֿאַרפֿאַסט אַליין; דערבײַ האָט ער דערציילט וועגן די וויכטיקסטע זשאַנערס פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און האָט זיי פֿאַרגליכן מיט ענלעכע שאפֿונגען פֿון אנדערע פֿעלקער. די צווייטע לעקציע איז געווען געווידמעט דעם קורצער, אָבער זייער אַ פֿרוכטבאַרער תּקופֿה (1919-1917) אינעם לעבן פֿונעם באַרימטן ייִדישן מאָלער אל (אליעזר) ליסיצקין.
אויף די לעקציעס זענען בײַגעווען אַן ערך 20 צוהערערס. דער עולם האָט אַרויסגעוויזן אַ היפּשן אינטערעס, געשטעלט אַ סך פֿראַגעס און אויסגעדריקט אַ וווּנטש ווײַטער מיטצואַרבעטן מיטן ייִדיש־צענטער.