ייִדישע "פֿליגלען" לעבן מאָסקווע

Show 17mosknafaim

פֿונעם 19טן ביזן 20סטן יאַנואַר 2017 איז אין דער שטאָט כימקי לעבן מאָסקווע פֿאָרגעקומען אַ יערלעכער סעמינאַר פֿאַר די מיטגלידער פֿון דער פּראָגראַם פֿאַרן צוגרייטן יונגע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע מנהיגים "כּנפֿיים" ("פֿליגלען").

אין דער אונטערנעמונג האָבן זיך באַטייליקט אַן ערך 30 פֿאָרשטייערס פֿון פֿאַרשײדענע שטעט פֿון צענטראַל־רוסלאַנד.

ווי פֿאַר אַ יאָרן, דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געגעבן צוויי לעקציעס. זייערע טעמעס: "דאָס הייליקע און דאָס וואָכעדיקע אין דער ייִדישער קולטור" און "ייִדיש אַלס אַן אוצר פֿון אונדזער קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זכּרון".