דעם 26סטן מערץ 2017 האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, געגעבן אַ לעקציע "אָדעס און ייִדישער קולטור" פֿאַר אַ גרופּע 65 ישׂראלים, וואָס איז געבראַכט געוואָרן אין אָט דער אוקראַיִנישער שטאָט פֿון דער טוריסטן־אַגענטור "לײַאָן טרעוועל" לויט דער פּראָגראַם "ייִדישער סוף־וואָך אין אָדעס".
די אונטערנעמונג איז געווידמעט דעם 100סטן יאָרצייט פֿונעם ערשטן קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור - מענדעלע מוכר־ספֿרים.
איר הויפּט־ציל איז געווען צו באַקענען דעם עולם סײַ מיט דער ליטעראַטור אויף ייִדיש, סײַ מיט דעם אוניקאַלן ייִדישן גײַסט פֿון אָדעס.