אַ קורס פֿאַר די לערערס פֿון אומפֿאָרמעלער בילדונג אין אָדעס

Show 17odess

פֿונעם 18טן ביזן 21סטן מאַי 2017 אין אָדעס (אוקראַיִנע) האָבן דער אינטערנאַציאָנעלער ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס און די אַמעריקאַנישע וווילטעטיקע אַסאָציאַציע ״דזשאָינט״ בשותּפֿות דורכגעפֿירט אַ קורס פֿון ייִדישער ליטעראַטור פֿאַר די לערערס פֿון אומפֿאָרמעלער ייִדישער בילדונג פֿונעם געװעזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.

די פֿאָרשטעלערין פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, דירעקטאָרין פֿון דעם קיִעווער אינסטיטוט פֿאַר ייִדיש־לימודים יוליאַ סמיליאַנסקאַ האָט געגעבן דרײַ לעקציעס וועגן דעם לעבן פֿון מזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן אין שטעט און שטעטלעך און זײַן אָפּשפּיגלונג אין דער ייִדישער ליטעראַטור. די טעמעס פֿון אירע לעקציעס: ״פֿון כּתרילעווקע ביז יהופּעץ מיט שלום־עליכם״; ״טונעיאַדעווקע, טעטיעוו, גלופּסק אין די ווערק פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים. די חלומות און די װאָרהײט פֿונעם שטעטל״; פֿון סקווירע ביז אָדעס מיט אחד־העם (אשר גינזבערג) און אַנדערע שרײַבערס״.

די רייד אויף די לעקציעס איז געגאַנגען וועגן דער געשיכטע פֿון חסידות, דעם אױפֿקום פֿון פּרעסע און טעאַטער אויף ייִדיש און וועגן אַנדערע הינזיכטן פֿון דער ייִדישער קולטור, וועלכע האָבן טיף פֿאַראינטערעסירט דעם עולם.