דעם 16טן יוני 2017, אינעם גערעם פֿונעם בילדונגס־פּראָיעקט "מהות", האָבן 42 אָפֿיצירן פֿון צה"ל (ישׂראלדיקע פֿאַרטיידיקונגס־אַרמיי) ממשיך געווען זיך צו באַקענען מיט ייִדישער שפּראַך און קולטור.
דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געלייענט דעם מיליטערישן עולם אַ לעקציע "וואָס האָט ייִדיש צו זאָגן אינעם 21סטן יאָרהונדערט".
דאָס איז די דריטע לעקציע פֿונעם ציקל, וואָס איז אַ רעזולטאַט פֿון אונדזער צוזאַמענאַרבעט מיט דער בילדונגס־אָפּטיילונג פֿון צה"ל און מיט דער פֿונדאַציע "בראשית" ("גענעזיס").
די ערשטע לעקציע איז פֿאָרגעקומען דעם 8טן סעפּטעמבער 2016 אין ווילנע. אַ חוץ דעם, אינעם גערעם פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט באַזוכן די אָפֿיצירן מזרח־אייראָפּעיִשע שטעט און שטעטלעך, פֿאַרבונדענע מיט ייִדישער געשיכטע.
די מיליטער־מענטשן האָבן אויפֿגענומען די דאָזיקע טעמע מיט גרויסער התלהבֿות. דער אָנפֿירער פֿון דער גרופּע, קאָלאָנעל עומר שרון, האָט באַלוינט דעם ייִדיש־צענטער מיטן אויסצייכענונג־סימן און האָט אײַנגעהענטיקט דעם לעקטאָר, ד"ר יושקאָווסקין, די ערן־צײַגעניש פֿון צה"ל.