דעם 24סטן אָקטאָבער 2017 האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, געגעבן צוויי לעקציעס וועגן ייִדישער שפּראַך און קולטור אין דער אָדעסער שול פֿון דער אַלװעלטלעכער נעץ "אָרט".
די אימפּרעזע איז איניציִיִרט געוואָרן פֿון דער שול־פֿאַרוואַלטערין סוועטלאַנאַ מאַנטשענקאָ, וואָס האָט באַקומען הײסע רעקאָמענדאַציעס פֿון אירע קאָלעגן – לערערס, וועלכע האָבן געהאַט באַזוכט דעם סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר אַ יאָרן אין ווילנע. באַאײַנדרוקטע פֿון דעם סעמינאַר, האָבן די פּעדאַגאָגן באַשלאָסן אָרגאַניזירן אַן ענלעכע אונטערנעמונג בײַ זיך אין דער שול, פֿאַר לערערס און תּלמידים.
ד"ר יושקאָווסקי האָט רעפֿערירט אויף די טעמעס: "וואָס האָט ייִדיש צו זאָגן אינעם 21סטן יאָרהונדערט" און "אָדעס אין ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר".