פונעם 27סטן ביזן 30סטן יולי 2017 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור", אָרגאַניזירט פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס פֿאַר די מיטאַרבעטערס פֿונעם אוקראַיִנישן אינסטיטוט "תּקומה", וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט חורבן־פֿאָרשונגען.
דער עולם האָט אַנטהאַלטן אויך פֿאָרשטייערס פון אַנדערע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס פֿון אוקראַיִנע: געסט פֿון קיִעוו, דניעפּער, זאַפּאָראָזשיע, אָדעס, לעמבערג.
זיי האָבן אױסגעהערט לעקציעס פֿונעם אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, און פֿונעם פּראָפֿעסאָר דבֿ־בער קערלער. ד"ר יושקאָווסקי האָט רעפֿערירט דער עיקר וועגן ייִדישע ליטעראַטור און קולטור, און פּראָפֿ' קערלער – וועגן דער ייִדישער שפּראַך און איר געשיכטע.
אַ חוץ דעם האָט דער סעמינאַר אײַנגעשלאָסן אַ צופֿוס־עקסקורסיע איבער די ייִדישע ערטער פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט און אַן אויטאָבוס־רײַזע מיטן באַזוך פֿון דעם אָרט פֿון מאַסנמערדערונג פֿון ווילנער ייִדן דורך די נאַציס און זייערע באַהעלפֿערס – פּאָנאַר.
די אונטערנעמונג איז געקרוינט געוואָרן מיט אַ לעקציע־קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער, אויסגעפֿירט פֿונעם זינגער מיכאל יאַבלאָנסקי און קאָמענטירט פֿון ד"ר יושקאָווסקי.
אַלס רעזולטאַט איז באַשלאָסן געווערן אײַנצופֿלעכטן ייִדיש אין די פּראָגראַמען פֿון עטלעכע לערן־אַנשטאַלטן פֿון אוקראַיִנע.