דעם 22סטן סעפּטעמבער 2017 איז אין דער ווילנער גימנאַזיע "אוזשופּיס" (זאַרעטשיע) פֿאָרגעקומען אַ לעקציע וועגן דער געשיכטע פֿונעם ליטווישן ייִדנטום און וועגן וועלט־באַרימטע ליטוואַקן, בתוכם באָב דילאַן, דזשעראָם דוד סעלינדזשער, יוסף בראָדסקי, יאַשע חפֿץ.
פֿאַרן עולם איז אױפֿגעטראָטן דער היסטאָריקער וויטאַוטאַס טאַלייקיס - אַ פֿאָרשטייער פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס. עס האָט אים אײַנגעלאַדן די שטעלפֿאַרטרעטערין פֿונעם גימנאַזיע־דירעקטאָר ווירגיניִאַ מאַצקאָניאַנע, וואָס האָט זיך אַליין באַטייליקט אינעם סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" אין ווילנע פֿאַראַיאָרן.
די אימפרעזע האָבן באַזוכט 55 תּלמידים און פּעדאַגאָגן, וועלכע האָבן דערבײַ דערגאַנצט זייערע קענטענישן וועגן דעם פֿאָלק, וואָס האָט אין משך פֿון יאָרהונדערטער געלעבט באַנאַנד מיט די ליטווינער, און זײַן קולטור־ירושה.