די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור פֿאַר רעגיאָנאַלע דירעקטאָרן פֿון הילל

Show 17viln13.09

פֿונעם 13טן ביזן 15טן סעפּטעמבער 2017 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר 15 רעגיאָנאַלע דירעקטאָרן פֿון דער אַלוועלטלעכער ייִדישער סטודענטן־אַסאָציאַציע "הילל" אין די לענדער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער דאָקטאָר מרדכי יושקאָווסקי האָט געגעבן דרײַ לעקציעס: "פילארטיקייט פֿון דער ייִדישער קולטור", "ייִדישע ליטעראַרישע שאַפֿונג בעתן חורבן" און "די סודות פֿונעם ייִדישן הומאָר: פֿאַר וואָס אויף ייִדיש קלינגט עס בעסער?". די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער ייִדישער אָפּטיילונג פֿון ליטווישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק ד"ר לאַראַ לעמפּערט האט רעפֿערירט וועגן אינטעלעקטועלן און גײַסטיקן אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער קולטור אין ליטע צווישן צוויי וועלט־מלחמות. די ספּעציאַליסטין אין מזרח־אייראָפּעיִשער קונסט ד"ר ווילמאַ גראַדינסקײַטע האָט דערציילט וועגן שטעטל, זײַנע תּושבֿים און די ווערק פֿון וויזועלער קונסט, וואָס זיי האָבן באַשאַפֿן.

די פּראָגראַם האָט אַנטהאַלטן אויך צוויי עקסקורסיעס איבער ייִדישע מערקווירדיקייטן פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט: אַ שפּאצירגאַנג אין דער אַלטער שטאָט און אן אויטאָבוסן־רײַזע אײַנשליסנדיק דעם באַזוך אין פּאָנאַר.