​סעמינאַר וועגן ייִדיש פֿאַר ליטווישע לערערס אין ווילנע

Show 17viln5.09

דעם 5טן סעפּטעמבער 2017 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר 30 פּעדאַגאָגן, וועלכע אַרבעטן אין פֿאַרשיידענע בילדונגס־אַנשטאַלטן פֿון ליטע.

די אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס און פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָמיסיע פֿאַרן פֿאַראייביקן די קרבנות פֿון נאַציסטישן און סטאַליניסטישן גענאָצידן אין ליטע. זײַן ציל איז געװען צו באַקענען ליטווישע לערערס (און, שפּעטער, זײערע תּלמידים) מיט די געשעענישן פֿון דער חורבן־תּקופֿה אויפֿן שטח פֿון זייער לאַנד.

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער דאָקטאָר מרדכי יושקאָווסקי האָט געגעבן אַ לעקציע "די ייִדישע קולטור אַלס שליסל־באַשטאַנדטייל פֿונעם קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זיכּרון, פֿון דער אינטעלעקטועלער און גײַסטלעכער ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק". דאָס מאָל האָט ער רעפֿערירט אויף צוויי שפּראַכן: רוסיש און העברעיִש, ווײַל אינעם עולם זײַנען בײַגעווען געסט פֿון ישׂראל און פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן וועלכע פֿאַרשטייען ניט קיין רוסיש: עקזעקוטיווער וויצע־פּרעזידענט פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס ראָבערט זינגער, הויפּט־פֿאַרוואַלטערין פֿון די קאנגרעס־פּראָגראַמען סאָניע גאָמעס דע מעסקיטאַ און איר באַהעלפער איתּי חכם.

אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם סעמינאַר האָבן ד"ר יושקאָווסקי און דער פֿאָלקלאָר־אַנסאַמבל "קלעזמער־קלאַנגען" (וואס באַשטייט פֿון די מיטגלידער פֿון אײן משפּחה ליטווינער – אָפּשטאַמלינגען פֿון חסידי־אומות־העולם, וועלכע פֿלעגן ראַטעווען ייִדן בית דעם חורבן) דורכגעפֿירט אַ לעקציע־קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער. די באַגײַסטערטע צוהערערס זײַנען ארויפֿגעלאָפֿן אויף דער בינע און האָבן התלהבֿותדיק געטאַנצט צוזאַמען מיט די שוישפּילערס.