דעם 31סטן מאַי 2017 אין ווילנע האָט זיך פֿאַרענדיקט דער קורס פֿון דער ייִדישער שפּראַך, אָרגאַניזירט פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיט ווילנער ייִדישער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק.
דער קורס איז געפֿירט געוואָרן פֿון דער לעקטאָרין פֿון ווילנער אוניווערסיטעט, דאָקטאָר עגלע ביאַנדיקײַטע. זי רעדט ייִדיש פֿליסיק, האָבנדיק אויסגעלערנט די שפּראַך אויף זומער־קורסן אין ווילנע און אין אַנדערע אייראָפּעישע צענטערס פֿאַרן ייִדיש־לערנען.
דער קורס האָט זיך דערעפֿנט דעם 15טן פֿעברואַר און האָט געדויערט 32 אַקאַדעמישע שעהען. מען האָט געלערנט ייִדיש פֿון סאַמע אָנהייב אויף דער באַזע פֿון ליטוויש - דער מוטער־שפּראַך פֿאַר דעם רובֿ טיילנעמערס.
23 סטודענטן פֿון פֿאַרשיידענע העכערע לערן־אַנשטאַלטן פֿון ליטע זײַנען געווען אַרײַנגענומען אויף דעק קורס; מען האָט זיי אויסגעקליבן פֿון 48 קאַנדידאַטן, און זיי אַלע האָבן דערפֿאָלגרײַך דערליידיקט די פּראָגראַם. דער קורס איז זיי פֿאַררעכנט געוואָרן פֿאַר דער אַקאַדעמישער אַקרעדיטאַציע.
די לימודים האָט מען געפֿירט לויט די מאָדערנסטע מעטאָדן, באַניצנדיק די מולטימעדישע און דיגיטאַלע לערנמיטלען.
דעם 8טן יוני איז פֿאָרגעקומען דער געזעגענונגס־אָוונט מיט פֿײַערלעכער אײַנהענטיקונג פֿון דיפּלאָמען. ד״ר ביאַנדיקײַטע האָט אונטערגעצױגן די סך־הכּלען פֿון די לימודים און האָט געווינשטעוועט די סטודענטן ניט נאָר געדענקען די שפּראַך, נאָר אויך זי לערנען ווײַטער אויף העכערע ניװאָען. און דאָס רובֿ פֿון די סטודענטן האָבן זיך טאַקע אָפּגערופֿן דערקלערנדייק אַז זיי זענען גרײט צו נעמען אַ המשך־קורס.
מיט באַגריסונגס־רעדעס זענען אויפֿגעטראָטן דער פארשטייער פֿונעם ייִדיש־צענטער און דער דירעקטאָר פֿון דער ביבליאָטעק זשילווינאַס בעליאַוסקאַס, וואָס האָט געלערנט די שפּראַך צוזאַמען מיט די סטודענטן; לויט זײַן מיינונג, וועט אים דאָס צו נוץ קומען אין דער אַרבעט.