דעם 19טן מערץ 2017 האָט איליאַ לעמפּערט דורכגעפֿירט אַ צופֿוס־עקסקורסיע איבער ייִדישע מערקווירדיקייטן פֿון "ירושלים דליטא". אַזוי ווערט פֿאָרגעזעצט דער נײַער בשותּפֿותדיקער פּראָיעקט פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס און פֿון דער ווילנער עפֿנטלעכער ייִדישער ביבליאָטעק.
דער דערפֿאַרענער ייִדישער היסטאָריקער איליאַ לעמפּערט האָט געוויזן 20 עקסקורסאַנטן די ערטער וווּ עס זענען געשטאַנען די גרויסע ווילנער שול און דעם ווילנער גאונס הויז, װוּ עס שטײען דער מאָנומענט דעם דאָקטער און כּלל־טוער צמח שבד און דאָס הויז פֿונעם באַרימטן ייִדישן שרײַבער חיים גראַדע, װי אױך אַ סך אַנדערע אָביעקטן, וועלכע שפּיגלען אָפּ די רײַכע ווילנער ייִדישע געשיכטע פֿון 16–20־טע יאָרהונדערטער.
דער ערשטער אַזעלכער שפּאצירגאַנג איז פֿאָרגעקומען דעם 10טן יולי 2016. פֿון איצט אָן וועלן אַזעלכע צופֿוס־עקסקורסיעס מקוים ווערן מאָנאַטלעך. עס וועלן זיי פֿירן א. לעמפּערט און דער לערער וויטאַוטאַס טאָלייקיס.
די עקסקורסיעס זײַנען באַשטימט פֿאַר מענטשן פֿון יעטווידער נאַציאָנאַליטעט, וועלכע אינטערעסירן זיך מיט דער געשיכטע פֿון דער שטאָט, מיט איר פֿילזײַטיקער קולטור. דער אָנטייל איז אָן געצאָלטס.