דעם 4-2טן מערץ 2017 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען דער דריטער און לעצטער (הײַ־יאָריקער) סעמינאַר וועגן דער ייִדישער קולטור פֿאַר 40 מיטגלידער פֿונעם ישׂראלדיקן פֿאַראיין פֿון מיטלשול־לערערס (ארגון המורים). ער איז אָרגאַניזירט געווארן פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס
דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, און דאָקטאָראַנט פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט יעד בירן האָבן געגעבן 6 לעקציעס.
יושקאָווסקי האט רעפֿערירט אויף די טעמעס: "די ייִדישע ווילנע דורך געלעכטער און טרערן"; "ייִדישע עמיגראַציע און ייִדישע ליטעראַטור"; "ייִדישע דיכטונג פֿון דער חורבן־תּקופֿה". פֿאַר בירן איז דאָס געווען אַ ווילנער "דעביוט" – גאָר אַ הצלחהדיקער.
די פּראָגראַם האָט אויך אַנטהאַלטן לימוד-עקסקורסיעס איבער ייִדישע מערקווירדיקייטן פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט.