דעם 15טן פֿעברואַר 2017 אין ווילנער ייִדישער עפֿנטלעכער ביבליִאָטעק האָט זיך אָנגעהויבן אַ קורס פֿון דער ייִדישער שפּראַך פֿאַר ליטווישע סטודענטן־אָנהייבערס. דאָס איז אַ פּרי פֿון דער צוזאַמענאַרבעט צווישן דער ביבליִאָטעק און דעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס
דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער, לעוו מילנער האָט האַרציק באַגריסט די אָנטײלנעמערס. דעם לימוד פֿירט די לעקטאָרין פֿונעם היגן אוניווערסיטעט, ד"ר עגלע בענדיקײַטע, וואָס האָט זיך אויסגעלערנט די שפּראַך אויף זומער־קורסן אין ווילנע און אַנדערע אייראָפּעיִשע שטעט.
אין דער גרופּע זײַנען אויפֿגענומען געוואָרן 24 סטודענטן, זאָרגזאַם אויסגעקליבענע פֿון כּמעט 50 קאַנדידאַטן. זיי וועלן שטודירן די יסודות פון ייִדישער לעקסיק, גראַמאַטיק און גערעדטער שפּראַך אין משך פון 32 אַקאַדעמישע שעה, ביזן סוף מאַי. נאָכן עקזאַמען וועט דער קורס פֿאַררעכנט ווערן אַלס אַקאַדעמישער קרעדיט.
צוזאַמען מיט די יוגנטלעכע זיצן אין קלאַס דער ביבליִאָטעק־פֿאַרוואַלטער זשילװינאַס בעליאַוסקאַס און די ביבליִאָטעקערין זשידרונע טיכאַנאַוויטשענע; זיי גלױבן, אַז די קענטענישן וועלן צונוץ קומען אין דער אַרבעט.