אַ לעקציע אין ווילנע וועגן פּסח־מאָטיוון

Show 17vilnlec

דעם 5טן אַפּריל 2017 האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, געלייענט אַן אָפֿענע לעקציע "פּסח־מאָטיוון אין ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר".

די אימפּרעזע איז פֿאָרגעקומען אין ווילנער עפֿנטלעכער ייִדישער ביבליאָטעק.

דער לעקטאָר האָט באַטאָנט די צענטראַלע ראָלע פֿונעם יום־טובֿ פּסח אינעם ייִדישן לעבן־שטייגער, אינעם נאַציאָנאלן גײַסט און זעלבסט־באַוווּסטזײַן, ווי אויך אין דער פֿאָלקס־טראַדיציע און אינעם פֿאָלקלאָר.

די פּסח־מאָטיװן האָבן היפּש משפּיע געווען אויף דער ליטעראַטור און זענען אַפֿילו אַרײַנגעדרונגען אין פֿראַזעאָלאָגיע פֿון אַנדערע שפּראַכן און פֿעלקער (זעט, צום בײַשפּיל, אונדזערע ענגלישע אָדער רוסישע זײַטן).

אַ סך ייִדישע שריפֿט־שטעלערס, בתוכם שלום־עליכם, האָבן דירעקט צי אומדירעקט באַרירט די פּסח־ טעמע אין זייער שאַפֿונג.