​סעמינאַר אין ווילנע פֿאַר לייטערס פֿון ישׂראלדיקע יוגנט־באַוועגונגען

Show 17vilnoar

פֿונעם 9טן ביזן 11טן מאַי 2017 איז אין ווילנער עפֿנטלעכער ייִדישער ביבליאָטעק פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר 24 לייטערס פֿון ישׂראלדיקע יוגנט־באַוועגונגען (תנועות הנוער), אָרגאַניזירט פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, און פּראָפֿ' הירשע־דוד קאַץ האָבן געגעבן פֿינף לעקציעס.

דער היגער וועגווײַזער, ניקיטאַ מייטין, האָט דורכגעפֿירט צוויי עקסקורסיעס איבער ייִדישע מערקווירדיקייטן פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט: אַ שפּאצירגאַנג אין דער אַלטער שטאָט און אן אויטאָבוסן־רײַזע אײַנשליסנדיק דעם באַזוך אין פּאָנאַר.

די אונטערנעמונג איז געקרוינט געוואָרן מיט אַ לעקציע־קאָנצערט "לידער אויף ייִדיש – פֿון דער ייִדישער נשמה", אויסגעפֿירט פֿון ד"ר יושקאָווסקי און פֿונעם היגן אַנסאַמבל "קלעזמער־קלאַנגען". דער אַנסאַמבל באַשטייט פֿון מיטגלידער פֿון אײן משפּחה ליטווינער – אָפּשטאַמלינגען פֿון חסידי־אומות־העולם, וועלכע פֿלעגן ראַטעווען ייִדן בעתן חורבן.

די געסט האָבן זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין די ארומגערעדטע טעמעס, װעלכע זענען פֿאַר זײ גאָר נײַ, און האָבן האַרציק באַדאַנקט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿאַר דער פֿאַרפֿולקומטער דורכפֿירונג: זעט דאָס צײַגעניש.

מער פּרטים וועלן צוגעגעבן ווערן אין די נאָענטע שעות.