סעמינאַר אין כאַרקאָוו פֿאַר ליציי־תּלמידים און זייערע לערערס

Show 17xarkov

פֿונעם 23סטן ביזן 25סטן יאַנואַר 2017 איז אין דער שטאָט כאַרקאָוו אין אוקראַיִנע, אינעם ייִדישן ליציי (גימנאַזיע) "שעלבֿים", פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון ייִדישער קולטור". אין אונטערשייד פֿון אַ סך ענלעכע אונטערנעמונגען, וועלכע טראָגן דעם זעלבן נאָמען, איז דער סעמינאַר דורכגעפֿירט געוואָרן באַזונדערס פֿאַר צוויי גרופּעס: די שילערס און די פּעדאַגאָגן.

אויף דער עפֿענונגס־צערעמאָניע איז אויפגעטראָטן דער דירעקטאָר פֿונעם ליציי, פּראָפֿעסאָר יעווגעני פּערסקי. עס איז כּדאי אָפּצומערקן אַז "שעלבֿים" איז די ערשטע מיטלשול אין אוקראַיִנע, וווּ באַנאַנד מיט די אַלגעמיינע קעגנשטאַנדן ווערן געלערנט ייִדישע ליטעראַטור, געשיכטע און טראַדיציע.

די לעקציעס האָט געלייענט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי. זיי האָבן פֿאַרזאַמלט אין סך־הכּל בערך 40 אָנטיילנעמערס.

ווי געזאָגט, יעדע טעמע ("דרײַ קלאַסיקערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור- שלום־עליכם, מענדעלע מוכר־ספֿרים און י״ל פּרץ, זייערע ענלעכקייטן און אונטערשיידן"; "די סודות פֿונעם ייִדישן הומאָר: פֿאַר וואָס לאַכט מען ניט פֿון וואָס עס ווערט געזאָגט, איידער פֿון ווי עס ווערט געזאָגט"; "ייִדישע עמיגראַציע און ייִדישע ליטעראַטור") האָט ד"ר יושקאָווסקי באַהאַנדלט צוויימאָל, נעמענדיק אין באַטראַכט די ספּעציפֿיק פֿון בײַדע עולם־קאַטעגאָריעס.

דער ייִדישער וועלט־קאָנגרעס האָט שוין באַקומען אַ בקשה צו אָרגאַניזירן אַ המשך־סעמינאַר אינעם חודש יוני.