דעם 26סטן יאַנואַר 2017 איז אין כאַרקאָוו, אינעם ייִדישן קהילה־צענטער "בית־דן", פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון ייִדישער קולטור".
דאָס איז אַ המשך פֿון אַן ענלעכער אונטערנעמונג, וועלכע איז דאָרט דורכגעפֿירט געוואָרן אין נאָוועמבער 2016. אָבער דאָס מאָל איז זי געווען באַשטימט ניט נאָר פֿאַר די פּראָגראַם־קאָאָרדינאַטאָרן און מיטאַרבעטערס פֿונעם "בית־דן", אָבער אויך פֿאַר זייערע קאָלעגן פֿון אַן אַנדערן קהילה־צענטער אין דער זעלבער אוקראַיִנישער שטאָט: "שערי-חסד".
דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געגעבן צוויי לעקציעס: "ייִדיש אַלס אַן אוצר פֿון אונדזער קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זכּרון" און "ייִדישע קולטור אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, איר אימפּעטיקער אויפֿבלי און טראַגישער אונטערגאַנג". זיי האָבן פֿאַרזאַמלט אַן ערך 45 צוהערערס.