​פּערל פֿון ייִדישער קולטור פֿאַר 2 קהילות אין אוקראַיִנע

Show 17xmel

דעם 23סטן און דעם 24סטן מערץ 2017 איז אין צוויי אוקראַיִנישע שטעט - כמעלניצקי (פּראָסקוראָוו) און קאַמענעץ־פּאָדאָלסק פֿאָרגעקומען אונדזער סעמינאַר "די פּערל פֿון ייִדישער קולטור".

די דאָזיקע אונטערנעמונג איז געווען אַ טייל פֿון דער יוגנט־פּראָגראַם "קינדער פֿונעם חורבן". זי איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיט דער פֿונדאַציע חסד־בעש"ט מיט דער שטיצע פֿונעם אַמעריקאַנישן צדקה־פֿאַראיין "דזשאָינט".

צוויי פֿאָרשטייערינס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס - די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם קיִעווער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע פֿאָרשונגען יוליע סמיליאַנסקי און די ייִדיש־לעקטאָרין פֿון קיִעווער מאָהילע־אַקאַדעמיע טאַטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ - האבן, יעדע איינע, געגעבן דרײַ לעקציעס. סמיליאַנסקי האָט הויפּטזאַכלעך רעפֿערערט וועגן ייִדישער געשיכטע און קולטור (בעיקר דעם גורל פֿון דינעוועץ און אַנדערע פּאָדאָליער שטעטלעך) און באַטאַנאָוואַ - וועגן דער ייִדישער שפּראַך.

אין סך־הכּל 115 מענטשן, צווישן זיי מיטאַרבעטערס פֿונעם חסד־בעש"ט און סטודענטן, האָבן מיט גרױס אינטערעס אויסגעהערט די לעקציעס. זייערע אָפּקלאַנגען קאָן מען לייענען אויף אונדזער ענגלישער זײַט.