​פּערל פֿון ייִדישער קולטור אין ווילנע פֿאַר ישׂראלדיקע וועגווײַזערס פֿון יד־ושם

Show 17yad

דעם 26סטן און 27סטן יוני 2017 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר 28 וועגווײַזערס און פֿרײַוויליקע מיטאַרבעטערס פֿונעם מעמאָריאַל־צענטער "יד־ושם" אין ירושלים

דאָס איז שוין די דריטע אונטערנעמונג פֿון דער סעריע. די פּראָגראַם, אָרגאַניזירט פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ פֿערטל יאָר צוריק אין ישׂראל מיט לעקציעס פֿונעם אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, און פון ד"ר לאה גאָרפֿינקל וועגן דער געשיכטע און קולטור פֿון מזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע קהילות.

אין ווילנע האָט ד"ר מרדכי יושקאָווסקי רעפֿערירט וועגן ייִדישע שפּראַך, ליטעראַטור, פֿאָלקלאָר, טעאַטער און מוזיק, וועגן דער געשיכטע פֿונעם ליטווישן ייִדנטום, וועגן די אויסזיכטן פֿון דער ייִדישער קולטור.

אַ חוץ דעם האָט דער סעמינאַר אײַנגעשלאָסן די צופֿוס־עקסקורסיע איבער די ייִדישע ערטער פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט און אַן אויטאָבוס־רײַזע מיטן באַזוך פֿון דעם אָרט פֿון מאַסנמערדערונג פֿון ווילנער ייִדן דורך די נאַציס און זייערע באַהעלפֿערס – פּאָנאַר.

איינע פֿון די אָנטיילנעמערס, אבֿיבֿה דורון, האָט געשריבן אַזאַ אָפּקלאַנג: "די לעקציעס האָבן פֿאַרשאַפֿן אַונדז אַ גרױס פֿאַרגעניגן: זײ זײַנען געװען סײַ אינפֿאָרמאַטיוו, סײַ רירנדיק. אויך די עקסקורסיעס, באַגלייטע מיט פֿאַרכאַפּנדיקע ייִדישע מעשׂיות, זײַנען געווען ווונדערבאַר".