דאָס בוך פֿון דורות אינעם ישׂראלדיקן קולטור־צענטער אין אָדעס

Show 17yuliasmilyanska

דעם 22סטן און 23סטן אָקטאָבער 2017 איז אינעם ישׂראלדיקן קולטור־צענטער אין אָדעס (אוקראַיִנע) פֿאָרגעקומען אַ יערלעכער פֿעסטיוואַל "דאָס בוך פֿון דורות", אָרגאַניזירט פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיטן תּל־אָבֿיבֿער וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט "עם הזיכּרון" כּדי צו העלפֿן די אָנטיילנעמער געפֿינען זייערע ייִדישע וואָרצלען.

די פֿאָרשטייערין פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס יוליע סמיליאַנסקי – פֿאַרוואַלטערין פֿונעם קיִעווער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע פֿאָרשונגען – האָט געגעבן צוויי לעקציעס: ״געאָגראַפֿיע פֿונעם ייִדישלאַנד: דאָס שטעטל אינעם שפּיגל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור״ און "געשיכטע פֿונעם אָדעסער ייִדנטום" (מיטן אַקצענט אויפן 100סטן יאָרטאָג זינט דער פּטירה פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים).

די לעקציעס זײַנען אַזוי געפֿעלן געוואָרן דעם עולם, אַז דער ייִדישער וועלט־קאָנגרעס האָט באַקומען אַ דאַנקבאַרקײטס־בריוו באַטאָנענדיק י. סמיליאַנסקיס פֿאַכמענישקייט.