דעם 11-7טן נאָוועמבער 2018 איז אין דער הויפּטשטאָט פֿון אַרגענטינע פֿאָרגעקומען אַן אָפֿענער וואַרשטאַט אויף דער טעמע "ייִדישער טעאַטער". די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות פֿונעם אַרגענטינער אינסטיטוט ייִװ"אָ און דעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.
העכער 200 מענטשן פֿון בוענאָס־אײַרעס און דער סבֿיבֿה האָבן געהערט יסטאָרישע לעקציעס פֿונעם ייִװ"אָ־דירעקטאָר פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם ליכטענבאַום און פֿון סילוויאַ האַנסמאַן, געזען מוסטער־פֿאָרשטעלונגען פֿונעם אַקטיאָר און פֿעדאַגאָג שיין בייקער, זיך באַטייליקט אין די מײַסטער־קלאַסן וועגן דער קונסט פֿונעם שפּיל אױף דער בינע.
מיר האָבן געקראָגן װאַרעמע אָפּקלאַנגען פֿונעם עולם. ווייניקסטנס 10 אָנטיילנעמערס האָבן זיך שוין פֿאַרשריבן אין דער טעאַטער־סטודיע בײַם אַרגענטינער ייִװ"אָ.