פֿונעם 14טן ביזן 16טן מאַי 2018 איז אין קעשענעוו פֿאָרגעקומען אַ צוזאַמענטרעף פֿון די מאָלדאָווער ייִדישע אַקטיוויסטן, באַשעפֿטיקטע אין לאָקאַלע פּראָיעקטן פֿון דער אַמעריקאַנישער וווילטעטיקער אַסאָציאַציע ״דזשוינט״.
דער פֿאָרשטייער פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר לעאָניד רויטמאַן, האָט געגעבן דרײַ לעקציעס: "ארץ־ישׂראלדיקע און ציוניסטישע מאָטיוון אין שלום־עליכמס שאַפֿונג", "דאָס גלענצנדיקע לעבן און דער טראַגישער טויט פֿונעם ייִדישן קעניג ליר - 70 יאָר זינט דעם אומקום פֿון שלמה מיכאָעלסן" און "ייִדישע קולטור אין מאָלדאָווע".
איצט איז דער עולם גרייט צו באַניצן די נײַ־געקראָגענע קענטענישן אין דער טאָגטעגלעכער טעטיקייט.