פֿונעם 27סטן ביזן 30סטן סעפּטעמבער 2018 איז אין יעקאַטערינבורג (דער גרעסטער שטאָט פֿונעם צענטראַל־רוסלענדישן רעגיאָן אוראַל) פֿאָרגעקומען אַ פֿעסטיוואַל פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור.
זײַן פּראָגראַם האָט אײַנגעשלאָסן צוויי לעקציעס וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, וועלכע זײַנען געגעבן געוואָרן פֿון דער פֿאָרשטייערין פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס אַנאַ סאָראָקינאַ־גינזבורג.
אָט זײַנען זייערע טעמעס: "די אָפּשפּיגלונג פֿון ייִדישע יום־טובֿים און זייערע טראַדיציעס אין ייִדישן פֿאָלקלאָר און ליטעראַטור (שלום־עליכם, ביילע שאַגאַל און אנדערע)" און "רײַזע־נאָטיצן און זכרונות פֿון די באַזוכערס אין ייִדישלאַנד אינעם 20סטן יאָרהונדערט (חיים ווײַצמאַן, בנימין בראַנד, יהודה עמיחי, עמוס עוז...)".
סאָראָקינאַ־גינזבורג האָט פֿאַרענדיקט דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט, זיך סטאַזשירט אין ניו־יאָרק (ייִדישע טעאָלאָגישע סעמינאַריע און קאָלאָמביער אוניווערסיטעט). אַצינד אונטערריכט זי די ייִדישע שפּראַך אינעם מאָסקווער קהילה־צענטער.