דאָס יאָר 2018 אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע

Show michoels

עס ווערט 70 יאָר זינט דעם טראַגישן אומקום פֿונעם שוישפּילער, רעזשיסאָר, קינאָ־אַקטיאָר און כּלל־טוער שלמה מיכאָעלס, וואָס איז דערמאָרדעט געוואָרן אין מינסק (געוועזענער ראַטן־פֿאַרבאַנד, הײַנט ווײַסרוסלאַנד) לויט סטאַלינס באַפֿעל.

עס ווערט 110 יאָר זינט דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך.

עס ווערט 50 יאָר זינט דער דערשײַנונג פֿון אוריאל ווײַנרײַכס ייִדיש־ענגלישן/ענגליש־ייִדישן ווערטערבוך – דער ערשטער לעקסיקאָגראַפֿישער אויסגאַבע, וואָס שפּיגלט אָפּ דעם איצטיקן עטאַפּ פֿון דער שפּראַך־אַנטוויקלונג.

עס ווערט 100 יאָר זינט אין לאָדזש (פּוילן) איז אַנטשטאַנען דער ליטעראַרישער פֿאַראיין "יונג ייִדיש".

עס ווערט 100 יאָר זינט אין מאָסקווע איז געגרינדעט געוואָרן די ייִדישע צײַטונג "דער עמעס (אמת)".